הרב פישל נוימאַן
שלום עליכם, איך בין הרב פישל נוימאן. שוין יארן לאנג וואס איך באגלייט אידן צו געפינען זייער אינערליכע רואיגקייט דורך קבלה-מעדיטאציע, טיפע אטעמען (breathwork), און ענערגיע היילונג.
מיין גאנצע ארבעט איז געבויט אויף א פשוט'ן אמת: יעדער מענטש פארמאגט א נשמה וואס בענקט זיך צו זיין נאנט און פארבונדן, נאר די שוועריגקייטן פון לעבן, יסורים, און אלטע געוואוינהייטן שטעלן זיך אפטמאל אין וועג. אין מיינע שיעורים און פריוואטע סעשאנס, ארבעטן מיר אינאיינעם אוועקצונעמען די אלע בלאקאדזשעס וואס שטערן דעם מענטש.
די געביטן וואו מיר פאקוסן זיך:
רוחניות'דיגע שטייגן — אויפבויען א טיפע דביקות, אן ערליכע דאווענען, און פירן א לעבן פול מיט אינהאלט און באדייט.
שלום בית און רילעישאנשיפס — אויסארבעטן א בעסערע פארשטאנד צו זיך אליין און צו אנדערע.
אדיקשאנס און געוואוינהייטן — צוגיין צום שורש פונעם פראבלעם פאר אן אמת'ע היילונג, אנשטאט נאר פרובירן צו האלטן קאנטראל.
ענקזייעטי און פרעשור — ניצן פראקטישע מעדיטאציע טעכניקן אריינצוברענגען רואיגקייט אינעם טאג-טעגליכן לעבן.
די אלע זאכן זענען שייך פאר יעדן איינעם אן אויסנאם. אלעס וואס פעלט זיך אויס איז נאר צו מאכן דעם ערשטן שריט.
✦ ✦ ✦
וואָס מענטשן זאָגן
"די דאזיגע התבוננות'ן האבן ממש געטוישט מיין לעבן; איך שלאף שוין פיל בעסער, און איך שפיר א פיל שטערקערע קשר צו השי"ת."
מ. ג. · מאָנסי
"נאָך 21 טעג האָב איך געזען אמתע נסים. אַ דאַנק דעם רבין."
ר. ק. · ברוקלין
"די פריוואטע סעשאנס האבן מיר ארויסגעהאלפן זיך צו ספראווען מיט די אלע ענינים וואס איך האב שוין מיטגעשלעפט יארן לאנג."
ש. וו. · לעיקוואוד